NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaPesach JudaicaCookbooksForthcomingDVDMusicYiddishShort StoriesBestsellersKidsDaf YomiHolocaustParentingSelf HelpPurimJudaicaSavingsMarriageBiographyNovels ShavuosThree WeeksToys/GamesWonders of Creation
NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaSee All

Explore our great Collection

Pintche Un Itche #5 A Misteriye In Oisforshung Keler - פינטשע און אינטשע #5 א מיסטעריע אין אויספארשונג קעלער

By: R. Rosen

די לבנה האט נישט באלויכטן יענע פארפרוירענע נאכט. אין די טויט שטילקייט וואס האט געהערשט, האט מען כמעט געקענט הערן דאס קלאפנדיג הארץ פון דעם יונגן סערגעי. פלוצלינג האט א האנט געלאנדעט אויף זיין אקסל; ''דו ביסט א איד?'' ער איז דערציטערט געווארן. קוים מיט שוועריקייטן איז אים געלונגען ארויפצוברענגען אויף זיינע ליפן: ''איך בין סערגעי פון קאמסאמאלץ, דער געהילף פון פאלקאווניק גרעגארי - דער הויפט פון שפיאנאזש שטאב. ווער ביסטו?'' ''מיר וועסטו נישט קענען אפנארן! הער צו, דער קאמאנדיר איליא האט אריינגעווארפן טשארט אין די ארעסט קעלערן!'' דער געשטאלט איז פארשוואונדן געווארן אין די פינסטערניש. די זון האט אנגעהויבן אויפצושיינען. אן צו מערקן האט ער זיך געפינען נעבן די ארעמע יתומים הויז. ס'האט אויסגעזען אז די קינדער האבן נאר געווארט אויסצוגיסן אויף אים זייער צארן. אט איז ער דער פאררעטער! ער האט פאר'מסר'ט טשארט! לאזט אים נישט אנטלויפן! מיט שוועריקייטן איז אים געלונגען זיך צו ראטעווען פון זייער שרעקליכן צארן. ער האט זיי פארשטאנען. ווייטאגליך פארשטאנען. מיט א דרייסטע שטארקייט איז ער אריין אין לייבן גרוב, צום אויספארשונג געביידע, באהאלטן אין די קעלערן א צעטל וואס זאל פירן דעם הויפט אויספארשער איליא גלייך צו אים. און אין יענע מינוט האט זיך אלעס איבערגעדרייט. "א מיסטעריע אין אויספארשונג קעלער" איז די פינפטע בוך אין די סעריע 'פינטשע און איטשע' וועלכע זענען ברייט באקאנט מיט די אויטענטישע גאר שפאנענדע ערציילונגען וואס האבן געהאלטן געשפאנט פילע טויזנטער אינגע ליינער דורך די פריערדיגע ביכער, דער נייער ביכל וועט אייך זיכער נישט אנטוישן! איבערצייגט אייך אליין

Buy on Amazon










Explore our great Collection

Sorry no books for this category yet