NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaPesach JudaicaCookbooksForthcomingDVDMusicYiddishShort StoriesBestsellersKidsDaf YomiHolocaustParentingSelf HelpPurimJudaicaSavingsMarriageBiographyNovels ShavuosThree WeeksToys/GamesWonders of Creation
NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaSee All

Explore our great Collection

Kligerovke - קליגעראווקע - אזא שטעטעלע

By: H. Irenstein & M. Weinreb

קליגעראווקע - אזא שטעטעלע... ווער האט געגליסט דעם געשוואלענעם בערזל פון 'שייע דער עושר'? פארוואס גייט יעדער ארויס באליידיגט פונעם געשעפט פון 'ירח פעדלער'? ווער האט אנגעצינדן א פייער אין שטעטל? וואס טראכטן זיי זיך די נייע שכנים פון 'בערטשע פאסט טרעגער'? ברוכים הבאים צום שטעטל קליגעראווקע! אזא שטעטעלע געפינט זיך נאר אין די מעשה ביכלעך... יעצט קומט מיט אונז אויף א שפאציר צווישן די געסעלעך. איר וועט דא באגעגענען דעם גוטהארציגן חייקל שניידער, און סענדר שוסטער וואס היט אויף זיין געלט מער ווי ער היט אויף זיך אליין. יומטוב דער גליקליכער ארעמאן, און ירח פעדלער וואס יעדער ציטערט פון אים. בערטשע פאסט טרעגער וועט שמייכלען צו אייך, און געצל בעל עגלה וועט אייך גערן נעמען קיין כעלעם, די דערנעבנדיגע שטאט. יעדער ערציילונג וועט אייך מסביר זיין א משנה אין מסכת אבות. איר וועט שמייכלען, לאכן, הנאה האבן און זיך לערנען שיינע זאכן צוזאמען מיט די איינוואוינער פון שטעטל. פונקט אזוי ווי די קליגעראווקע איינוואוינער האבן ליב נאכצוזאגן די משנה אין אבות: איזהו חכם - הלומד מכל אדם. צום ווידערזען!

Buy on Amazon










Explore our great Collection

Sorry no books for this category yet