NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaPesach JudaicaCookbooksForthcomingDVDMusicYiddishShort StoriesBestsellersKidsDaf YomiHolocaustParentingSelf HelpPurimJudaicaSavingsMarriageBiographyNovels ShavuosThree WeeksToys/GamesWonders of Creation
NewHaggadahPesach ReadingPesach CookingPesach HalachaSee All

Explore our great Collection

Don Un Gud in Milchomo Oifen Oitzer - דן און גד אין מלחמה אויפן אוצר

By: R. Rosen

ס'איז געווען א געווענליכער טאג פאר דן, דער יונגער פאסטוך. קיינער האט אים נישט צוגעגרייט צו די ספעציעלע אנטדעקונג אויף די איינזאמע בערג. א פייפער אין האנט, א קליינע שעפעלע אויף די אקסל און א רייע פון פאלגענדיגע שעפעלעך גייען אים נאך. אזוי איז דן ארויסגעגאנגען פאשען, פונקט אזוי ווי יעדע אנדערע טאג. אבער אין די מינוט וואס ער איז אנגעקומען צו די בערג, האט זיך אלעס פארפלאנטערט. דן טרעפט זיך אין אן אקציע קעגן דעם 'פאסטוך הויפט' און זיינע שיק אינגלעך. דורכאויס דעם קריג אנטדעקט ער א טייערן אוצר און דעם בעל הבית דערפון - אן אויסגעדארטער צובראכענער אינגל וואס ווערט גאנץ שנעל איבערגעדרייט צו זיין נאנטער חבר וואס קעמפט מיט אים צוזאמען קעגן דעם 'פאסטוך הויפט'. די צוויי זענען געצווינגען צו אנטלויפן זיך שרעקנדיג פון די איסלאמישע מיליטער וואס ווילן מיט געוואלד אויס'שמד'ן די אידישע משפחות וואס לעבן אין די דערפער. פלוצלונג שטעלט זיך ארויס אז זייער חבר עמרם איז געווארן געפאנגען און ער שטייט צום פארקויפן אין קנעכט מארק, זיי גארטלען זיך אן אים צו העלפן מיט א וואונדערליכע דרייסטקייט. א מינוט פאר זיי פאלן דורך מיט זייער אקציע אים צו ראטעווען, פאסירט א קייט פון איבערראשנדע פאסירונגען וואס דרייט איבער דעם גאנצן בילד. שטעלט זיך צו צום אטעם פארכאפנדן רייזע צו די ענדלאזע זאמדן פונעם אראבישן האלב אינזל, אנדעקט דעם באהאלטענעם אוצר צווישן די זאמדן, און די דרייסטקייט פון די אידישע משפחות קעגן די איסלאמישע מיליטער.

Buy on Amazon










Explore our great Collection

Sorry no books for this category yet